אוקריינע – א פרישע ערנסטע סייבער אטאקע האט באטראפן קאמפיוטערס איבער דער וועלט, אבער בעיקר אין אייראפע און ספעציפיש אוקראַינע. די סייבער אטאקע איז דורכגעפירט געווארן דורך א סאפטוועיר וועלכע ווערט באצייכנט אלס "פעטיע", וועלכע איז א רענסאמוועיר אטאקע (וואס באדייט אז דער העקער פארשפארט אלע פיילס פונעם קאמפיוטער וועלכע ער אטאקירט, און מען קען בלויז צוריקבאקומען צוטריט צו די פיילס אויב מען באצאלט א באשטימטע פרייז). העקערס האבן באוויזן עס צו פארשפרייטן דורכ'ן אויסנוצן א שוואכקייט אין מייקראסאפט קאמפיוטערס, ענליך צו דער סייבער אטאקע וואס האט באטראפן בריטישע שפיטעלער מיט עטליכע וואכן צוריק. די נעכטיגע סייבער אטאקע האט זיך אנגעהויבן אין אוקראַינע, וואו עס האט צוערשט באטראפן רעגירונג קאמפיוטערס און דערנאך ביזנעסער, אריינגערעכנט בענק, עי-טי-עם מאשינען און גראסעריס. דערנאך האט זיך עס אויסגעשפרייט אויך אין רוסלאנד, וואו די קאמפיוטערס פונעם רוסישן אויל-ריז "ראסנעפט" זענען אטאקירט געווארן, און דערנאך האט עס באטראפן די "מאערסק" שיפינג פירמע, וועלכע פארמאגט שיפינג טערמינאלן איבער דער וועלט. אלעס אינאיינעם זענען קאמפיוטערס אין רוסלאנד, אוקראַינע, פוילן, איטאליע, ענגלאנד, דייטשלאנד, פראנקרייך און די פאראייניגטע שטאטן באטראפן געווארן. אמעריקאנער און אייראפעאישע באאמטע פארשן די פרישע סייבער אטאקע.

בילד: פרישע ערנסטע גלאבאלע סייבער אטאקע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל