א מאסיווע סייבער אטאקע פלאגט פולע לענדער איבער אייראפע היינט, און ספעציעל אוקראינע, דער אוקראינישער רעגירונג האט געמאלדן אז אלע קאמפיוטערס פון די רעגירונג זענען אונטער אטאקע און זענען גענצליך נישט אין דינסט, דער אוקראינישער אינערן מיניסטער האט געזאגט אז עס איז די גרעסטע סייבער אטאקע אויף דאס לאנד אין די היסטאריע, און האט באשולדיגט רוסלאנד אז זי שטייט אונטער די אטאקע. די סייבער אטאקע האט אויך באטראפן ציווילע סערוויסעס אין לאנד און די לופטפעלד אין קיעוו איז טיילווייז פאראליזירט געווארן נאכדעם וואס אירע קאמפיוטער סיסטעמען זענען אויך באטראפן געווארן. דער אוקראינער פרעזידענט האט בארואיגט דאס פאלק אז קיין שום סטראטעגישע סיסטעמען זענען נישט באטראפן געווארן און ביז עטליכע טעג וועט אלעס צוריקגעשטעלט ווערט, ענליכע סייבער אטאקע זענען באריכטעט געווארן אין נאך לענדער אין אייראפע, אין דענמארק, נארוועגיע און שוועדען זענען עטליכע גרויסע פירמעס באטראפן געווארן. דאס קומט בלויז צוויי טעג נאכדעם וואס א ענליכע אטאקע האט באטראפן די סיסטעמען פון די בריטישע פארליאמענט און א טאג נאכדעם וואס א אייסיס-סימפאטישע העקער האט זיך אריינגעבראכן אין עטליכע לאקאלע רעגירונג וועבזייטליך אין אמעריקע.

בילד: מאסיווע סייבער אטאקע איבער אפיציעלע אינסטיטוציעס אין אייראפע

פון: פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל