א הויכראנגיקער איראקער גענעראל האט געזאגט פאר די ׳רויטער׳ נייעס אגענטור אז די מיליטער און אירע אליאירטע מיליציעס האלטן גאר נאנט צו גענצליך איבערנעמען קאנטראל פון די שטאט מאסול, די צווייט גרעסטע שטאט אין איראק וואס געפונט זיך שוין 5 יאר אונטער אייסיס קאנטראל, דאס קומט נאך עטליכע מאנאטן פון שווערע שלאכטן וואס האבן שוין באוויזן צו עלימינירן די גרופע אין רוב טיילן פון די שטאט, אין די לעצטע טעג גייען די שלאכטן אן אין די אלטע טיילן פון די שטאט ווי מען קעמפט אוף א גאר געפארפולע פארנעם צווישן די שמאלע געסער און אלטע הייזער, דער גענעראל זאגט אז אייסיס איז ״פערטיג״ פון א מיליטערישע שטאנדפונקט און הונדערטער פון אירע קעמפער דעזערטירן וויבאלד די מאראל איז גאר שטארק צוקלאפט. דער גענעראל זאגט אז די ארגאניזאציע האלט נאך אן איר פאזיציע אין א שטח וואס איז ארום צוויי מייל און די מיליטער גלייבט אז אין בלויז עטליכע טעג וועלן זיי באווייזן צו גענצליך באפרייען די לעצטע שטיקל טערארטאריע פון אייסיס, א זיג וואס וועט זיין א ווענדפונקט אין די פארצויגענע קאמפ קעגן די טעראר גרופע, און די אנהייב פון די ענדע פון די גרופע.

בילד: מאסול וועט באפרייט ווערן ביז געציילטע טעג

פון: פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל