פאריגע נאכט האט די מדינת ישראל מיליטער באמבאדירט צוויי צילן אין די עזה פאס, די אטאקעס זענען געווען אויף צוויי מיליטערישע פאזיציעס פון די כאמאס טעראר גרופע, דאס איז געקומען אלס רעאקציע צו א ראקעט וועלכע איז נעכטן אריינגעפלויגן פון עזה קיין דרום מדינת ישראל, טראץ וואס כאמאס איז נישט געשטאנען אונטער די ראקעט און ווארשיינליך איז עס דורכגעפירט געווארן דורך א רעבעלן גרופע וועלכע זוכט צו שעדיגן חאמאס האט אבער די מדינת ישראל רעגירונג א פאליסי צו האלטן חאמאס פאראנטווארטליך אויף סיי וועלכע אטאקע עס קומט ארויס פון עזה פאס וועלכע איז אונטער זייער הערשאפט, די חאמאס גרופע האט ארויסגעגעבן א ברויזנדע רעאקציע זאגנדיג אז מדינת ישראל וועט צאלן א פרייז פאר אירע פראוואקאציעס, די גרופע געפונט זיך יעצט אין א שווערע צושטאנד וויבאלד זי ווערט איזאלירט פאליטישע דורך פולע אראבישע לענדער, און איר הויפט שטיצער קאטאר איז אונטער שווערע סאנקציעס, א זאך וואס קען איר באוועגן צו עפענען א פראנט קעגן מדינת ישראל.

בילד: פרישע אנגעצויגנקייט צווישן מדינת ישראל און חאמאס

פון: פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל