נעראנדע מאודי (Narendra Modi), דער פרעמיער מיניסטער פון אינדיע, איז יעצט אויף א באזוך אין אמעריקע, די ציהל פון די באזוך איז צו פארשטערקערן די עקאנאמישע באציאונגען צווישן די צוויי לענדער און אזוי אויך די מיליטערישע קאאפעראציע, ער האט היינט אפגעשטאט א באזוך אין ווייסן הויז ווי ער האט זיך געטראפן מיט׳ן פרעזידענט, די באגעגעניש איז געווען גאר ווארעם און פריינטליך און די צוויי פירער האבן געצייגט א שטארקע נאנטקייט, א אינטרעסאנטע מאמענט איז געווען ווען די צוויי פירער האבן זיך באגריסט דורך זיך ארומהאלזן, נישט ווי געווענליך מיט רייכן א האנט ווי אנגענומען אין די דיפלאמאטישע וועלט. ביי די פרעסע קאנפרערענץ האט פרעזידענט טראמפ ארויסגעהויבן די פאקט אז ער מיט מאודי האבן אסאך געמיינזאמע שטריכן, און ארויסגעהויבן די פאקט אז ביידע נוצן גאר אפט זייער טוויטער קאנטע צו קאמיוניקירן מיט׳ן פאלק און זיי זענען די צוויי וועלט פירער מיט דאס מערסטע נאכפאלגער אויף סאציאלע מידיע. עס דארף באצייכנט ווערן אז די ענדליכקייטן ענדיגן זיך נישט דא, אזוי ווי טראמפ איז אויך מאודי א רעכטער קאנדידאט וועלכער האט באזיגט די עליטע און אלט-געזעסענע פאליטיקאנטן באזירט אויף עקאנאמישע פארשפרעכונגען, און ער ווערט אויך געזען דורך פילע אלס פאפוליסטישער פרעזידענט.

בילד: פרעמיער מיניסטער פון אינדיע שטאט אפ באזוך אין ווייסן הויז

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל