לאנדאן - די אפיסעס אין דער פארלאמענט געביידע אין ענגלאנד זענען באטראפן געווארן פון אן ערנסטער סייבער אטאקע, ווען פארלאמענט מיטגלידער און זייער שטאב האבן באמערקט אז זיי האבן נישט געהעריג צוטריט צו זייערע אימעיל קאנטעס. עס האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט אז די סייבער אטאקע איז דורכגעפירט געווארן מיט׳ן ציל ארויסצובאקומען די פעסווארדס פון די אימעיל אקאונטס פון אלע פארלאמענט מיטגלידער, און מען האט באלד אויסגעשאלטערט דעם אינטערנעט אין דער פארלאמענט געביידע פאר א שטיק צייט, נישט צו ערלויבן די העקערס אנצוגיין מיט זייערע שטיק.

שפעטער האט א ווארטזאגער פאר דער בריטישער סייבער סעקיוריטי אגענטור געזאגט אז מען האט באוויזן צו פארזיכערן דעם גאנצן קאמפיוטער סיסטעם אינעם פארלאמענט, און מען גלייבט נישט אז די העקערס האבן סוקסעספול ארויסבאקומען אימעיל פעסווארדס אדער האקעלע רעגירונג דאקומענטן - פארט אבער וועט די סייבער אטאקע גרונטליך ווערן אויסגעפארשט צו דערגיין ווער עס איז געשטאנען אונטער דעם.

די יעצטיגע אטאקע קומט עטליכע וואכן נאכדעם וואס שפיטעלער און ביזנעסער אין ענגלאנד און איבער דער וועלט זענען באטראפן געווארן מיט א ״רענסאמוועיר״ סייבער אטאקע, וואס רוב עקספערטן זאגן אז צפון קארעא איז געשטאנען אונטער דעם.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל