סיריע - נאענט צו הונדערט מיטגלידער אין דער אייסיס טעראר גרופע אין דער שטאט ראקא, סיריע האבן באקומען אמנעסטיע, דאס הייסט אז זיי זענען ריינגעוואשן פון סיי וועלכע קרימינאליטעטן און וועלן נישט אנגעקלאגט ווערן פאר זייער ראלע אין דער טעראר גרופע. די אמנעסטיע איז ארויסגעגעבן געווארן דורך די ״ציווילע קאונסיל״, א לאקאלער אפיס וואס די אמעריקאנער-געשטיצטע סירישע רעבעלן האבן אויפגעשטעלט ביים צפון עק פון ראקא - די שטאט וואס האט אין די לעצטע דריי יאר געדינט אלס די הויפטשטאט פון אייסיס און יעצט קעמפן די פרא-אמעריקאנער רעבעלן עס אוועקצוכאפן פון אייסיס, מיט דער הילף פון אמעריקאנער באמבארדירונגען. די 83 אייסיס מיטגלידער וועלכע זענען פארדאנירט געווארן דורכן קאונסיל, זענען געווען נידריג-ראנגיקע מיטגלידער, און די רעבעלן זאגן אז דער ציל דערפון איז צו ברענגען וואס מער אייסיס מיטגלידער צו פארראטן אייסיס און אריבערקומען קעמפן קעגן אייסיס.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל