ריאד - די רעגירונג אויטאריטעטן אין סאודי אראביע האבן געזאגט אז זיי האבן סוקסעספול אפגעשטעלט א טעראר אטאקע וועלכע איז געווען געפלאנט אויף ״מעקא״, די מערסט-פארשמייליגטע ארט ביי דער מוסולמענער רעליגיע, וועלכע געפינט זיך אין סאודי אראביע. די אטאקע האט געזאלט דורכגעפירט ווערן פונקט אין די יעצטיגע טעג, ווען הונדערטער טויזנטער מוסולמענער פון איבער דער וועלט זענען פארזאמלט אין מעקא פאר דער ענדע פונעם ראמאדאן חאגע מאנאט, וואס אזא אטאקע וואלט געקאסט די לעבנס פון טויזנטער מענטשן. די פאליציי זענען דערגאנגען אויף די אטאקע פלענער און זענען איבערגעפאלן עטליכע הייזער אין די געגנטער ארום מעקא, ווען ביי איין פאל האט זיך א זעלבסטמערדער באריקאדירט אין א הויז, און האט זיך דערנאך אויפגעריסן, פון וועלכע דאס הויז איז צוזאמגעפאלן. דער טעראריסט איז אומגעקומען און 5 פאליציי אפיצירן זענען פארוואונדעט געווארן.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל