לאנדאן - דער בריטישער ״סאנדעי טיימס״ האט נעכטן באריכטעט אז עטליכע הויכראנגיקע מיניסטארן פון דער קאנסערוואטיווער רעגירונג אין ענגלאנד, ווילן ארויסווארפן טעריסא מעי פון דער פרעמיער מיניסטער פאזיציע, און אויפנעמען א נייעם פרעמיער מיניסטער אויף איר ארט. מעי׳ס מאכט איז גאר שטארק אפגעשוואכט געווארן נאכדעם וואס זי האט פארפעלט אנצוהאלטן א מאיאריטעט קאנטראל אויף דער רעגירונג ביי די פארלאמענט וואלן וואס זי האט פאררופן, און דעריבער גלייבן די רעגירונג מיניסטארן אז זי וועט נישט האבן גענוג מאכט צו קענען אויסארבעטן א גוטן ברעקזיט דיעל מיט די איבריגע אייראפעאישע לענדער. געוויסע מיניסטארן ווילן אז דער קאנסערוואטיווער פינאנץ מיניסטער פיליפ העמאנד זאל ווערן פרעמיער מיניסטער, אנדערע ווילן אז ברעקזיט מיניסטער דעיוויד דעיוויס זאל ווערן, און א געקליבענע צאל וויל אז אויסערן מיניסטער באריס דזשאנסאן (געוועזענער לאנדאן מעיאר) זאל ווערן פרעמיער מיניסטער.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל