וואשינגטאן - א גרופע קאנגרעסלייט פון ביידע פארטייען, אריינגערעכנט דער רעפובליקאנער אידישער קאנגרעסמאן פון ניו יארק לי זעלדין, האבן געשריבן א בריוו צו פרעזידענט טראמפ, אין וועלכע זיי בעטן זיך אז ער זאל אויפנעמען א ספעציעלן ליעזאן פאר דער אידישער געמיינדע. אין די לעצטע פערציג יאר איז איינגעפירט אז אמעריקאנער פרעזידענטן נעמען אויף א ספעציעלן אידישן ליעזאן אין ווייסן הויז, וואס יענער דינט אלס אפיציעלער שליח פון דער אידישער געמיינדע איבער'ן לאנד, צו אויפברענגען וויכטיגע אידישע אישוס פאר'ן פרעזידענט ווען עס פעלט זיך אויס. טראמפ האט אבער דערווייל נישט אנגעפילט די אידישע ליעזאן פאזיציע, און די גרופע קאנגרעסלייט בעטן זיך אינעם בריוו אז ער זאל עס וואס שנעלער אנפילן, ווייל עס איז וויכטיג אז איינער זאל שטיין אין שפיץ פונעם קאמף קעגן דער פארשפרייטונג פון אנטיסעמיטיזם וואס מען זעט אין די לעצטערע חדשים.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל