מאנטרעאל – אן אנליין פעטיציע דורך א אידישע ארגאניזאציע אין קאנאדע, וועלכע צילט אז די קאנאדישע רעגירונג זאל נישט אריינלאזן א האלאקאוסט לייקענער, האט שוין דערווייל באקומען נאענט צו צוויי טויזנט אונטערשריפטן. דער האלאקאוסט לייקענער, קעווין בערעט, וואוינט אין אמעריקע, און אויסער וואס ער האלט אז דער האלאקאוסט האט קיינמאל נישט פאסירט, זאגט ער אז די סעפטעמבער עלעווען אטאקעס האט די אמעריקאנער רעגירונג אליינס דורכגעפירט. בערעט איז געסקעדזשועלט אויפצוטרעטן אין טאראנטא עטליכע טעג ארום, און דורך דער פעטיציע האפן אידישע אקטיוויסטן אז די קאנאדישע רעגירונג וועט בלאקירן בערעט פון קענען לעגאל אריינקומען קיין קאנאדע. די פעטיציע קומט אין די זעלבע צייט וואס דאהי אין ניו יארק פירן לאקאלע פאליטישאנס א קאמף ארויסצואווארפן א געוועזענעם נאצי וועלכער וואוינט זיך פרידליך צווישן אידן אין קווינס.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל