וואשינגטאן - ״וואקס״ נייעס אגענטור האט נעכטן באריכטעט אז די רעפובליקאנער סענאט פירער באטראכטן אריינצושטעלן א נייע סארט מאנדאט אין זייער העלט-קעיר פלאן אויף וועלכע זיי האפן אפצוהאלטן אן אפשטימונג די וואך. כדי א העלט-אינשורענס מארקעט זאל קענען פינאנציעל אנגיין, מוזן זיין גענוג געזונטע מענטשן וועלכע זאלן איינקויפן און צאלן פאר העלט-אינשורענס, ווייל נאר אזוי קען די אינשורענס פירמע אנגיין מיט׳ן דעקן די קאסטן פאר אירע קראנקע אינשורענס באזיצער. אונטער אבאמאקעיר, איז געווען די זאך וואס האט געהייסן ״די אינדיווידועלע מאנדאט״, וואס האט געצווינגען יעדן איינציגן אמעריקאנער צו קויפן העלט-אינשורענס, אדער אויסשטיין א געלט שטראף, וואס די ״אינדיווידועלע מאנדאט״ איז געווען געצילט צו העלפן אינשורענס פירמעס דעקן פרישע מיליאנען קאסטומערס, אבער די מאנדאט איז געווען גאר אומפאפולער. אין די ערשטע ווערסיע פונעם יעצטיגן רעפובליקאנער סענאט העלט-קעיר ביל, איז טאקע נישט געווען קיין שום מאנדאט, אבער אינשורענס פירמעס האבן אנגעהויבן פארפירן, און וועגן דעם באטראכטן די רעפובליקאנער אריינצושטעלן א מאנדאט וואס וועט פארלאנגען אז יעדער בירגער מוז שטענדיג האבן העלט אינשורענס, און אויב האט ער נישט, וועט ער ווערן אויסגעשפארט פון קענען קויפן, ווען ער וועט שוין וועלן, פאר גאנצע זעקס מאנאטן. דער געפלאנטער מאנדאט וועט זיכער בארואיגן העלט אינשורענס פירמעס, אבער וועט ברענגען אפאזיציע פון קאנסערוואטיוון וועלכע זענען קעגן סיי וועלכע רעגירונג אינשורענס מאנדאט.

בילד: רעפובליקאנער באטראכטן נייע אינשורענס מאנדאט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל