נעבראסקע – אן איינגעשטעלטער אין די לאקאלע דעמאקראטישע פארטיי אפיסעס אין נעבראסקע, איז אויפגעזאגט געווארן נאכדעם וואס מען האט אויפגעכאפט וויאזוי ער רעדט גאר שענדליך איבער'ן רעפובליקאנער לואיזיאנא קאנגרעסמאן סטיוו סקאליס. קאנגרעסמאן סקאליס איז געשאסן און פארוואונדעט געווארן מיט איינס און אהאלב וואך צוריק דורך א פארשוין וועלכער האט געצילט א גרופע רעפובליקאנער קאנגרעסלייט ביי א שפיל אין ווירדזשיניע, און דער נעבראסקע דעמאקראטישער באאמטער פיל מאנטאזש, וועלכער ארבעט אויף די טעכנאלאגיע קאמיטע פון די דעמאקראטישע פארטיי, איז געהערט געווארן אין א רעקארדירונג זאגן אז ער פריידט זיך אז קאנגרעסמאן סקאליס איז געשאסן געווארן, וויבאלד סקאליס האט געארבעט שווער אוועקצונעמען העלט-קעיר פון מיליאנען אמעריקאנער, צולייגנדיג "איך האף ער שטארבט". ווי נאר די קאמענטארן זענען ארויסגערונען צום פובליק, איז מאנטאזש אויפגעזאגט געווארן פון זיין אמט. אין אנדערע סקאליס נייעס, האט מען פרייטאג געהערט אז זיין צושטאנד האט זיך אזוי שטארק פארבעסערט, אז ער איז ארויסגענומען געווארן פונעם "אינטענסיוו קעיר אפטיילונג."

בילד: דער נעבראסקע דעמאקראטישער באאמטער פיל מאנטאזש

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל