וואשינגטאן – דער העכסטער סופרים קאורט האט פרייטאג ארויסגעגעבן אן אורטייל וועלכע קען ארויסהעלפן אימיגראנטן וועלכע טרעפן זיך פארפלאנטערט אין לעגאלע פראבלעמען. דער אורטייל איז געקומען אויפ'ן קעיס פון דזשאאיד לי, א דרום קארעא אימיגראנט וועלכער איז ארעסטירט געווארן עטליכע יאר צוריק אין מעמפיס, טענעסי נאכדעם וואס מען האט געטראפן ביי אים הויפנס דראגס. לי האט זיך דערקלערט שולדיג אויף די דראג קלאגעס וואס זענען ארויסגעשטעלט געווארן קעגן אים, טראץ וואס דאס האט באדייטעט אז ער וועט קענען דעפארטירט ווערן צו זיין היימלאנד, און ער האט זיך דערקלערט שולדיג ווייל זיין לאיער האט אים פארפעלט צו ווארענען איבער די דעפארטאציע מעגליכקייט. דער סופרים קאורט האט דעריבער פרייטאג געאורטיילט אז אן אימיגראנט וועלכער שטייט אויס דעפארטאציע צוליב׳ן באקומען שלעכטע לעגאלע ראט, קען באקומען א שאנס פאר א נייעם פראצעס.

בילד: דער העכסטער סופרים קאורט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל