וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט פרייטאג אונטערגעשריבן א געזעץ וואס קאנגרעס און סענאט האבן באשטעטיגט, צו רעפארמירן די פעדעראלע וועטעראנען אנגעלעגנהייטן דעפארטמענט, מיטן ציל צו פארבעסערן די מעדיצינישע באהאנדלונג און אנדערע בענעפיטן פאר אמעריקע׳ס מיליטערישע וועטעראנען. די אישו פון פארנאכלעסיגטע אמעריקאנער וועטעראנען איז געווען א הויפט אישו פאר טראמפ אין לויף פונעם קאמפיין, און האט נאכגעפאלגט א מאסיוון סקאנדאל פון יאר 14׳ ווען וועטעראנען אין אריזאנע זענען אויסגעשטארבן אלס רעזולטאט פון פארנאכלעסיגטע מעדיצינישע באהאנדלונג אין א לאקאלן וועטעראנען מעדיקל צענטער. דער ביל וואס טראמפ האט אונטערגעשריבן, גיבט מאכט פאר די רעגירונג ארויסצואווארפן אזעלכע איינגעשטעלטע אינעם דעפארטמענט וועלכע טוען נישט א גוטן דזשאב, און אויך לאזט עס אוועקנעמען פינאנציעלע באנוסעס פון ארבעטער אינעם דעפארטמענט.

בילד: אמעריקע׳ס מיליטערישע וועטעראנען

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל