נעבראסקע – די ״אסאשיעטעד פּרעס״ באריכטעט אז דער סופרים קאורט ריכטער ענטאני קענעדי קלערט ערנסט פון רעטייערן פונעם סופרים קאורט. קענעדי, וועלכער איז שוין אכציג יאר אלט, ווערט באטראכט אלס דער מערסט-קריטישער ריכטער אויפן סופרים קאורט, וויבאלד דער קאורט איז מער ווייניגער איינגעטיילט צווישן 4 ליבעראלע ריכטער און 4 קאנסערוואטיווע ריכטער, און קענעדי איז דער וואס דינט אלס דעצידירנדע שטימע אויף וויכטיגע קעיסעס. קענעדי שטימט געווענליך מיט די קאנסערוואטיווע ריכטער, אבער האט שוין פילמאל גענומען די זייט פון די ליבעראלן, אריינגערעכנט אויף קריטישע סאציאלע אישוס אונטער פרעזידענט אבאמא׳ס קאדענץ. אויב וועט ריכטער קענעדי אפטרעטן פונעם סופרים קאורט, וועט דאס געבן א געלעגנהייט פאר פרעזידענט טראמפ אנצופילן נאך א סופרים קאורט זיץ, נאכ׳ן שוין אריינשטעלן ניעל גורסאטש אלס ריכטער.

בילד: דער סופרים קאורט ריכטער, ענטאני קענעדי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל