ניו יארק סיטי – אין די לעצטע צוויי טעג הערט מען שטארק קריטיק דורך די קעגנער פון ניו יארק סיטי מעיאר ביל דעבלאזיא, איבער'ן מעיאר'ס פלענער צו ערזעצן די עקזיסטירנדע קאנטראווערסיאלע רייקערס איילענד טורמע מיט עטליכע קלענערע נייע טורמעס לענגאויס אלע 5 באראס. די דעבלאזיא אדמיניסטראציע האט פובליצירט א ספעציעלע וועבסייט, אויף וועלכע עס ווערן אויסגערעכנט די פארשידענע ספעציעלע קאמיטעען וועלכע ארבעטן אויפצוקומען מיט די גענויע פלענער וויאזוי טאקע צו עררייכן דאס אפשפארן רייקערס און בויען נייע טורמעס. אויף דעם זעלבן וועבסייט, שטעלט דעבלאזיא ארויס רעקאמענדאציעס, שרייבנדיג אז ער האלט אז די נייע טורמעס זאלן פארמאגן "באקוועמע מעבל", "רואיגע אטמאספערע", "בארואיגנדע פארב" אויף די ווענט, און "געשמאקע פאנאראמעס" צו זען פון די פענסטערס, און בייגעלייגט האט דעבלאזיא צוגעשטעלט בילדער פון א לייכטע פרויען טורמע וועלכע עקזיסטירט אין סאן דיעגא, וואס זעט אויס מער ווי א האטעל ווי א טורמע. דעבלאזיא'ס קריטיקירער זאגן אז קרימינאלן פונעם קאליבער וועלכע זיצן אין רייקערס, פארדינען נישט צו זיצן אין א טורמע מיט די אלע דערמאנטע אויסגערעכנטע מעלות.

בילד: באקוועמע מעבל, רואיגע אטמאספערע, בארואיגנדע פארב אויף די ווענט, און געשמאקע פאנאראמעס.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל