הארלעם – מיט בערך א וואך צוריק האבן ניו יארק סיטי געזונטהייט באאמטע באריכטעט זיבן פעלער פון די לידזשיאנעירס דעזיז, וועלכע קומט פון די לידזשיאנעלע באקטעריע וועלכע זאמלט זיך אן אין ווארימע וואסער וועלכע ליגט פאר א לענגערע צייט. א מאסיווע אויסשפרייטונג פון דעם דעזיז איז געווען אין ניו יארק מיט צוויי יאר צוריק זומער, קאסטנדיג די לעבנס פון צוועלעף ניו יארקער און ברענגענדיג אז 150 מענטשן זאלן דארפן צוקומען צו שפיטאל באהאנדלונג, און יעצט איז דער דעזיז צוריק. מען האט צוערשט געמיינט אז די זיבן פרישע פעלער אין הארלעם זענען בלויז אן איזאלירטע אינצידענט, אבער פרייטאג איז א ניו יארק סיטי פאליציי אפיציר פון די הארלעם 23'סטע פריסינקט אויך דיאגנאזירט געווארן, זייענדיג שוין דער אכטער פאל, און דער צווייטער סיטי פאליציי אפיציר אינעם געגנט צו קריגן לידזשיאנעירס אין די לעצטע צוויי וואכן. די פרישע אויסשפרייטונג האט שוין געקאסט איין לעבן אויך.

בילד: פרישע לידזשיאנעירס דעזיז אויסשפרייטונג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל