קאליפארניע – דער אנליין ריז "גוגעל", וועלכע אפערירט די גאר פאפולערע און שטארק-באנוצטע "דזשימעיל" אימעיל סערוויס, האט געמאלדן אז זיי וועלן איינפירן א דראסטישן טויש אינעם צוגאנג פון אדווערטייזמענטס אויפ'ן אינטערנעט. ביז היינט האט יעדער דזשימעיל באנוצער געמוזט צושטימען אז גוגעל קען דורכנישטערן פריוואטע אימעילס און דורכדעם ארויסהאבן וועלכע סארט פראדוקטן און סערוויסעס צו רעקלאמירן ספעציפיש פאר דעם באנוצער, באזירט אויף דעם אינהאלט פון זיינע אימעילס און זיינע קאמיוניקאציעס מיט אנדערע מענטשן דורך דזשימעיל. דאס איז בלית ברירה אקצעפטירט געווארן דורך די 1.2 ביליאן דזשימעיל באניצער, אבער סעקיוריטי עקספערטן האבן געזאגט אז דאס איז א שטארקע פארלעצונג פון מענטשן'ס פריוואטקייט, ווייל עס מיינט מער-ווייניגער אז גוגעל קען געהעריג דורכליינען פריוואטע געשפרעכן, האקעלע פינאנציעלע אינפארמאציע און ענליכס. אצינד גייט זיך דאס טוישן, און ענדע היי יאר וועט גוגעל אויפהערן נישטערן אין פריוואטע אימעילס צו קענען ארויסשטעלן ספעציפישע רעקלאמעס. די סיבה דערצו איז וויבאלד גוגעל האט שוועריגקייטן צו קריגן גרויסע קארפארעישאנס אלס זייערע אימעיל און סערווער קונדן, ווייל די קארפארעישאנס געטרויען נישט גוגעל און האבן מורא אז גוגעל וועט אריינבליקן און נישטערן אין זייערע פריוואטע פיילס. מיט'ן דראמאטישן טויש, וויל גוגעל מאכן דזשימעיל מער צוציענד פאר קארפארעישאנס, פון וועלכע זי קען פארדינען ביליאנען דאלארן דורכ'ן צושטעלן פאר זיי אימעיל און סערווער סערוויסעס.

בילד: היסטארישע דראסטישע טויש אין דזשימעיל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל