אלבאני – שפראך-אויסלייג מפונקים פון איבער דער וועלט, איר קענט זיך שוין בארואיגן... דער ניו יארק סטעיט סענאט האט באשטעטיגט א ביל וואס באשטעטיגט א טויש אינעם נאמען פון דער "ווערעזאנא" בריק, וועלכע איז ביז יעצט נישט געווען געשריבן מיט'ן ריכטיגן אויסלייג. די ווערעזאנא בריק, וועלכע איז די לענגסטע הענגענדיגע בריק אין גאנץ צפון אמעריקע, טראגט דעם נאמען נאכ'ן איטאליענער פארשער זשיאוואני דע ווערעזזאנא, וועלכער איז געווען דער ערשטער אויפצודעקן דעם עקזיסטענץ פון די ניו יארקער בארטענעס, אבער ס'איז דא א פראבלעם, אז אין די אפיציעלע סטעיט ביכער און שילדן, איז דער נאמען אויסגעלייגט "ווערעזאנא", מיט בלויז איין Z בוכשטאב, ווען עכט האט דער נאמען פונעם איטאליענער פארשער געהאט אין זיך צוויי מאל דער Z בוכשטאב.

ראבערט נעש, אן איטאליענער אפשטאמיגער און א סטודענט אין ברוקלין קאלעדזש, האט פאראיאר אנגעהויבן א פעטיציע אז די סטעיט אויטאריטעטן זאלן טוישן דעם נאמען, זאגנדיג אז ס'איז נישט א כבוד אז דער נאמען זאל נישט זיין ריכטיג אויסגעלייגט. קריטיקירער האבן אנגעוויזן אז ס'וועט קאסטן אסאך געלט פאר די סטעיט, ווייל דאס נעמט אריין טוישן שילדן, טאלל בודקע אינפארמאציע, בראשורן און נאך, אנצייגנדיג אז אין 08' האט מען געטוישט דעם נאמען פונעם טרייבארא בריק צו "ראבערט קענעדי בריק" און ס'האט געקאסט 4 מיליאן דאלער. למעשה האט אבער דער קאמפיין זיך איינגעגעבן, און אין די נאענטע טעג וועט דער נאמען פון דער ווערעזאנא בריק פארראכטן ווערן צו "ווערעזזאנא" בריק.

בילד: "ווערעזאנא" אדער "ווערעזזאנא"?

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל