פרעזידענט טראמפ האט נעכטן ענדליך קלארגעשטעלט אז ער האט נישט רעקארדירט זיינע געשפרעכן מיט דעם עף-בי-איי דירעקטאר דשעימס קאומי, און האט היינט זיך פארענטפערט פארוואס אין די  לעצטע וואכן האט ער אנגעדייטעט אז ער האט יא מעגליך רעקארדירונגען, ער זאגט אז ער האט דערמיט געוואלט זיכער מאכן אז קאומי זאגט נישט קיין ליגנטס איבער זיינע פריוואטע געשפרעכן, און אז ער האלט זיך צו די פאקטן, דער פרעזידענט האט דערמיט באשטעטיגט אז די אינהאלט פון די געשפרעכן וואס קאומי האט געזאגט ביז יעצט זענען ריכטיג. טראמפ האט אנגעדייטעט אז קאומי האט ארגינעל אים געזוכט צו ״באשמוצן״ מער אבער האט זיך אפגעהאלטן צוליב די טעיפס, שרייבנדיג ״זיין געשיכטע האט זיך ווארשיינליך געטוישט צוליב די ווארנונג איבער טעיפס״



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל