די רעפובליקאנער פלאן וואס איז אריבער אין קאנגרעס צו ערזעצן אבאמא קעיר וועט ווארשיינליך אריבערגיין אין סענאט, אבער אין די זעלבע צייט צייגט א פרישע אנקעטע פון די ״וואל סטריט דשורנאל״ אז די שטיצע פאר דעם פלאן צווישן אמעריקאנער איז גאר נידריג, און בלויז 16 פערצענט פון די אויסגעפרעגטע האבן אויסגעדריקט שטיצע פאר דעם פלאן, אראפ פון 23 פערצענט לעצטן מאנאט, און אפילו צווישן רעפובליקאנער האבן בלויז איין פון דריי געזאגט אז זיי האבן א פאזיטיווע מיינונג איבער דעם פלאן, אין די זעלבע צייט איז שטיצע פאר אבאמא קעיר שטערקער ווי סיי ווען בעפאר מיט ארום 42 פערצענט אויסגעפרעגטע וועלכע האלטן אז עס איז א גוטע פלאן, און ארום 38 וועלכע האלטן פארקערט. אין די זעלבע צייט אבער האלטן 71 פערצענט פון די רעפובליקאנער אז אבאמא קעיר דארף ערזעצט ווערן מיט א בעסערע פלאן.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל