פון: פיינע נייעס

אומווייניגסטנס 30 פאקיסטאנער זענען אומגעקומען אין צוויי באזונדערע אויפרייסן אין פאקיסטאן, איין קאר אויפרייס איז פארגעקומען אין די שטאט קוועטע מיט 13 פאטאליטעטן, און נאך צוויי באמבעס האבן אין די זעלבע צייט אומגעברענגט ארום 17 מענטשן אין די שטאט פאראנשיער, די אטאקע אין קוועטע איז געווען געצילט קעגן פאליציילייט און זיבן פון די אומגעקומענע זענען אפיצירן, די באמבעס האבן אויך איבערגעלאזט צענדליגע פארוואונדעטע. א קליינע און אומבאקאנטע טעראר גרופע דשאמאט-אור-אהראר האט גענומען פאראנטווארטליכקייט, די גרופע איז א שפלינטער גרופע פון די פאקיסטאנער טאליבאן און מער ראדיקאל, אין די מעלדונג האבן זיי געזאגט אז ״מיר וועלן אויספירן נאך און נאך אזעלכע אטאקעס ביז שאריא געזעץ ווערט פולקאם איינגעפירט איבער פאקיסטאן״

בילד: 30 אומגעקומען אין אויפרייסן אין פאקיסטאן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל