פון: פיינע נייעס

פאליציי אין לאנדאן זאגן אז זיי מאכן פארשריט אין די אויספארשונג ארום די פייער וועלכע האט פארניכטעט די 151 היימען אין די גרענפיל טורעם און איבערגעלאזט איבער 79 טויטע, די פייער האט זיך אנגעהויבן פון א פרידשידער וועלכע האט אויפגעריסן אין איינע פון די היימען און האט זיך בליצשנעל פארשפרייט צו די אנדערער שטאקן פאר די אייוואוינער האבן געקענט ארויסלויפן זיך ראטעווען, די פאליציי זאגט אז די אויטאריטעטן זענען געווען שוידערליך פארנאכלעסיג מיט די בוי מאטריאל פון די געביידע און האבן גענוצט אומזיכערע מאטריאל וועלכע כאפט שנעל פייער, און האבן זיך נישט וויסנדיג געמאכט פון ווארנונגען פון די איינוואוינער אז דאס שטעלט זייער לעבן אין געפאר, די אויטאריטעטן האבן געטראפן אז נאך ארום 11 פון די 600 געביידעס פון פאבליק האוזינג זענען אין די זעלבע געפאר, און זיי נעמען שריט דאס צו פארריכטן, די פאליציי זאגט אז די באאמטע וועלכע זענען פאראנטווארטליך פאר די זיכערהייטס פראבלעמען קענען אויסשטייט מעגליך ״אומווילנדע מארד״ קלאגעס.

בילד: באאמטע וועלן מעגליך אויסשטיין קרימינאלע קלאגעס צוליב גרענפעל טורעם פייער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל