פון: פיינע נייעס

אין א צייכן אז איירעפעאישע לענדער זענען סקעפטיש איבער נאט״א אין ליכט פון די לעצטערע באמערקונגען פון פרעזידענט טראמפ האט די אייראפעישע פאראיין נעכטן ארויסגעלייגט א פארטיידיגונגס פלאן, און פארגעשלאגן א מולטי-ביליאן דאלער בודשעט צו פארשטערקערן די ארמייען פון די אייראפעישע לענדער ווי דייטשלאנד און פראנקייך אז זיי זאלן זיין מער קאמפסגרייט. די פרואוון ווערן געפירט דורכ׳ן פארנצויזישן פרעזידענט עמנואל מאקראן וועלכע האט באגריסט די שריט אלס א גוטע אנהייב צו א שטערקערע אייראפע, די פלאן פאדערט פון אלע לענדער אינעם פאראיין צו העכערן זייערע פארטיידיגונס אויסגאבן און איינקויפן מער מאדערנע וואפן. אין די לעצטע צען יאר איז פארטיידיגונגס אויסגאבן אין אייראפע געפאלן דראסטיש מיט ארום 20 ביליאן דאלער, טראץ פארשידענע שטייגנדע געפארן, און די יעצטיגע בודשעט קומט פארריכטן דעם פראבלעם און זוכט צו אריינלייגן אין די קומענדיגע צען יאר ארום 30 ביליאן דאלער אין די אייראפעישע וואפן אינדוסטרי.

בילד: אייראפעישע פאראיין פארעמט איר אייגענע מיליטער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל