די פארהאנדלונגען איבער ברעקזיט האט זיך אנגעהויבן אפיציעל מיט עטליכע טאג צוריק אבער דערווייל זעהט אויס ווי מען טאפט א וואנט און די זייטן קענען זיך נישט פאראייניגן אויף כמעט גארנישט, איינע פון די ברענעדיגע דיסקוסיעס איז די לעגאלע סטאטוס פון די 3.2 מיליאן אייראפעיער וועלכע וואוינען אין בריטאניע, נעכטן האט די בריטישע פרעמיער מיניסטארשע פארגעשלאגן אז אייראפעישע בירגער וועלכע וואוינען שוין דארט מער ווי 5 יאר זאלן באקומען פערמענאנאנטע ״וואוין רעכטן״ אבער היינט האט דער אייראפעישער פארזיצער דאנעלד טאסק דאס אפגעווארפן און געזאגט אז דאס טוט נאך ערגער מאכן זייער סטאטוס און געזאגט אז ער פארלאנגט פולע בירגערשאפט מיט אלע בענעפיטן פון בריטישע בירגער, אין די זעלבע צייט ליגט אויך אויפן טיש די סטאטוס פון איבער א מיליאן בריטישע וועלכע וואוינען אין אנדערע לענדער איבער אייראפע.

בילד: אייראפעישער פארזיצער דאנעלד טאסק ווארפט אפ בריטאניעס פארשלאג איבער איירפאעישע בירגער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל