פון: פיינע נייעס

דאס ווייסע הויז האט ארויסגעלייגט א אומגעווענליכע ווארנונג קעגן די אסאד רעזשים, זאגנדיג אז זי ווייסט אז די רעזשים גרייט צו א כעמישע אטאקע און האט געווארנט איבער גאר שארפע קאנסעקווענצן וואס וועלן גענומען ווערן אויב זי גייט ווייטער מיט די אטאקע, דער ווארטזאגער שאן ספייסער האט געזאגט אז אמעריקאנער שפיאנאזש האבן אויפגעכאפט די זעלבע סארט צוגרייטונגען וואס זענען פארגעקומען פאר די לעצטע כעמישע אטאקע, און האט דערמאנט די שטייפע רעאקציע וואס פרעזידענט טראמפ האט געהאט קעגן די פאריגע אטאקע ווען ער האט באמבאדירט א ארטיגע לופטפעלד, ספייסער האט צוגעלייגט אז אמעריקע זוכט נישט צו גיין קעגן די אסאד רעזשים און געפונט זיך אין סיריע צו עלימינירן אייסיס, אבער טאמער וועט פארקומען א כעמישע אטאקע וועט אמעריקע זיכער מאכן אז אסאד צאלט א פרייז. די סירישע רעגירונג האט אפגעווארפן די ווארנונג און געזאגט אז עס ווערט נישט אנגעגרייט קיין שום כעמישע אטאקע, און אזוי אויך די פאריגע אטאקע איז נישט דורכעפירט געווארן דורך זיי, אזוי אויך האט רוסלאנד אפגעווארפן די ווארנונג און פארדאמט אמעריקע פאר׳ן סתם פרובירן צו באשמוצן די רעזשים און אלס אויסרייד פאר אן אטאקע. די אמעריקאנע אמבאסאדארקע צו די פעלקער פאראיין ניקי העילי האט צוגעלייגט אז יעדע אטאקע וואס וועט פארקומען וועט נישט בלויז אסאד רעזשים ווערן באשולדיגט נאר אויך רוסלאנד און איראן וועלכע שטיצן די רעזשים.

בילד: ווייסע הויז ווארנט אז סיריע גרייט אן נאך א כעמישע אטאקע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל