די יורא איז ארויף און די לעצטע פאר שעה פון בערך 1.118 צו 1.1297; א 1% וואוקס. דאס קומט נאך א רעדע פון מר. מאַריאָ דראַגהי (Mario Draghi), די פרעזידענט פון אי-סי-בי (אייראפישע צענטראלע באנק) אז מען זעהט א פארבעסערטע אייראפישע עקאנאמיע. די דאללער אינדעקס, האלט יעצט ביי 97.36.

אויך וועט היינט זיין אן עקנאמישע קאנפערענץ אין לאנדאן, ווי מען ערווארט, וועט די טשעיר-פרוי פון "די פעד" מרת. דזשענעט יעללען (Janet L. Yellen), אויפטרעטן מיט א דרשה, אויף וואס די אינוועסטערס ווארטן צו הערן אירע קאמענטארן.

בילד: מאַריאָ דראַגהי, פרעזידענט פון אי-סי-בי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל