קאלאמביע – נאך לאנגע יארן קריגערייען, איז נעכטן אפיציעל געווארן שלום און פרידן אין לאנד קאלאמביע (טייל פון לאטיין-אמעריקע), ווען די ארטיגע "פארק" רעבעלן האבן געענדיגט דעם פראצעדור פון אנטוואפענונג, אלס טייל פון א שלום אפמאך וואס זיי האבן דערגרייכט מיט דער רעגירונג. די רעבעלן, א קאמוניסטישע באנדע געגרינדעט אין די אנהייב 960'ער יארן, פירן שוין לאנגע יארן בלוטיגע קאמפן, וואס האט אפגעקאסט א געשאצטע פערטל מיליאן מענטשן טויט, אנדערע זעכציג טויזנט פארשוואונדן, און מיליאנען אנדערע געצווינגענע אויסצואוואנדערן פון זייערע הייזער צוליב די פארצויגענע שלאכטן צווישן די רעבעלן און דאס קאלאמביער מיליטער. פאראיאר האט פרעזידענט הואן מאנועל סאנטאס דערגרייכט א שלום אפמאך מיט די רעבעלן, אז זיי וועלן נישט אנגעקלאגט ווערן אויף קיין שום מלחמה פארברעכנס און מארדן, און וועלן אקצעפטירט ווערן אלס א לעגיטימע פאליטישע פארטיי, אין אויסטויש פאר'ן גענצליך אראפלייגן זייערע וואפנס. די יו-ען האט באאבאכטעט דעם שלום פראצעדור און די אנטוואפענונג אין לויף פון די לעצטערע וואכן, און נעכטן האבן די יו-ען אבזערווירער אפיציעל באשטעטיגט אז זיי האבן געענדיגט צוזאמקלויבן אלע רעוואלווערס, מיסילס און אנדערע מלחמה געצייג פון די קאלאמביער רעבעלן, און שלום איז אפיציעל דערגרייכט.

בילד: קאלאמביער רעבעלן ענדיגן אנטוואפענונג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל