קיעוו – א הויכראנגיקער מיליטערישער שפיאנאזש אפיציר פון דער אוקראַינער רעגירונג איז אומגעקומען נאכדעם וואס א באמבע האט אויפגעריסן ביי זיין אויטא. דער מיליטערישער שפיאנאזש אפיציר איז אידענטיפיצירט געווארן אלס קוירנעל מאקסים שאפאוואל, וועלכער האט אנגעפירט די שפיאנאזש אפטיילונג אינערהאלב אוקראַינער מיליטער'ס "ספעציעלע קרעפטן" אפטיילונג, און שאפאוואל האט זיך געפונען אויף א באזוך אינעם הויפטשטאט קיעוו, פאר זיצונגען מיט רעגירונג באאמטע, אריינגערעכנט פרעזידענט פעטרא פאראשענקא, ווען פארנדיג נישט ווייט פון דער פארלאמענט געביידע, האט זיין קאר עקספלאדירט און ער איז אומגעקומען אויפ'ן ארט. די פאליציי זענען נישט זיכער צי די באמבע איז געווען איינגעפלאנצט אינעווייניג אינעם קאר אדער אינדרויסן, און דערווייל זאגן זיי נישט קלאר צי עס איז געווען א טעראר אטאקע אדער עפעס אנדערש. אינטערנאציאנאלע אבזערווירער זאגן אבער אז דער מארד פון שאפאוואל טראגט מיט זיך אלע צייכענעס פון א געצילטע פאראויס-פלאנירטע אטענטאט דורך דער רוסישער רעגירונג, וועלכע האט זעט זיך אויס געוואלט פטור ווערן פון אים.

בילד: אוקראַינער שפיאנאזש אפיציר דערמארדעט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל