ניו דזשערסי – אן אינטערעסאנטע און שטארק-פריידיגע אורטייל איז ארויסגעגעבן געווארן אין די טעג דורך א ריכטער אין ניו דזשערסי, וועלכער האט געאורטיילט אז הלכות אין שולחן ערוך האבן געהעריג פולקאמע לעגאלע מאכט. דער אורטייל איז געקומען אויף א קעיס וואס האט זיך אנטוויקלט ווי פאלגנד: א לעיקוואודער איד האט זיך אנטזאגט פון געבן א גט פאר זיין פרוי, און איז דעריבער גערופן געווארן צו דין תורה. ער האט אבער איגנארירט די הזמנות, וואס האט געפירט דערצו אז דער רב פון זיין ביהמ"ד זאל אים אפיציעל דערקלערן אלס א מסרב לדין און קיינער זאל נישט האבן מיט אים קיין אפיר. דער איד איז אבער ווייטער יא געקומען אינעם ביהמ"ד, צווינגענדיג די אנדערע מתפללים ארויסצוצייגן קלאר ווי זיי איגנארירן אים און זיי ווילן נישט האבן קיין שום שייכות מיט אים. עטליכע וואכן צוריק האט דער רב פונעם ביהמ"ד באקומען א סאמענס צום געריכט, דער איד קלאגט אים פאר'ן טשעפען און שאפן עמאציאנעלע שאדנס דורך זיין פסק אז די מתפללים טארן נישט רעדן צו אים. דער לאיער, ראנעלד קאולמאן, באקאנט אלס קעמפער פאר רעליגיע רעכטן, האט רעפרעזענטירט דעם רב פאר אומזיסט, און אצינד האט דער ריכטער געאורטיילט אז וויבאלד אין שולחן ערוך שטייט אז מ'טאר נישט האבן קיין שייכות מיט א מסרב לדין, האט דער רב גוט און ריכטיג געטאן מיט'ן פסק'נען אזוי פאר זיינע מתפללים.

בילד: ריכטער: שולחן ערוך האט לעגאלע מאכט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל