בודאפעסט – אידן אין אונגארן האבן אויסגעדרוקט שאק איבער דעם וואס דער אונגארישער פרעמיער מיניסטער, וויקטאר אורבאן, האט אויסגעלויבט א פארשוין וועלכער איז געווען נאענט אליאירט מיט אדאלף היטלער ימ"ש. דער פרעמיער מיניסטער האט עס געזאגט אין א רעדע פאריגן מיטוואך, וועלכע איז ערשט יעצט פובליצירט געווארן, אין וועלכע ער האט אויסגערעכנט עטליכע פיגורן וועלכע האבן געפירט אונגארן אין די יארן נאכ'ן ערשטן וועלט קריג, באצייכענענדיג די פיגורן אלס "אויסנאמליכע שטאטסלייט", און צווישן די נעמען האט ער אויסגערעכנט מיקלאש האורטי, וועלכער איז געווען אונגארן'ס פרעזידענט כמעט פון סוף ערשטע וועלט קריג ביז נאכ'ן צווייטן וועלט קריג. האורטי איז געווען באקאנט אלס וויסטער אנטיסעמיט און אליאירטער פון דעם היטלעריסטישן רעזשים, וואס האט אונטערגעשריבן העסליכע אנטיסעמיטישע געזעצן אין די יארן פון 938' און 939', און ער האט געהאט דירעקטן אויפזיכט אויפ'ן מארד פון פופציג טויזנט אונגארישע אידן ביים צווייטן וועלט קריג.

בילד: דער אונגארישער פרעמיער מיניסטער, וויקטאר אורבאן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל