וואשינגטאן – די רעפובליקאנער פירער אינעם סענאט האבן געמאלדן אז זיי האבן אפגעשיבט אן אפשטימונג אויף זייער העלט-קעיר ביל, און עס וועט ערשט פארקומען נאכדעם וואס דער סענאט קערט זיך צוריק קיין וואשינגטאן פונעם יולי-4 חאגע אורלויב וואס זיי גייען אט נעמען. די רעפובליקאנער האבן שטארק געהאפט צו האבן פארטיג די אישו פון העלט-קעיר נאך איידער די יולי-4 אורלויב, אבער זיי האבן נעכטן איינגעזען אז דערווייל האבן זיי נישט די מינימום צאל שטימען אינעם סענאט וואס עס דארף האבן צו קענען באשטעטיגט ווערן, נאכדערצו נאכדעם וואס דער קאנגרעס בודזשעט אפיס האט פובליצירט זייער שאצונג אויפ'ן ביל און געזאגט אז עס וועט ברענגען אז 22 מיליאן מענטשן וועלן בלייבן אן אינשורענס אלס דירעקטער רעזולטאט פונעם ביל, וואס האט געברענגט אז פילע מעסיגע רעפובליקאנער זאלן ארויסקומען מיט א שארפע אפאזיציע. פון דער אנדערער זייט זענען נאך פארבליבן קאנסערוואטיווע סענאטארן וועלכע ווילן נישט שטימען פאר'ן ביל מיט דער טענה אז עס טוט נישט גענוג אפצושאפן אבאמאקעיר, א שטייגער ווי סענאטאר רענד פאול, וועלכער איז נעכטן געזעסן מיט פרעזידענט טראמפ אין ווייסן הויז, אין א פארזוך פונעם פרעזידענט צו קריגן פאול'ס שטיצע פאר'ן ביל.

בילד: רעפובליקאנער אפגעשיבט העלט-קעיר אפשטימונג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל