ענגלאנד – א שטודיע פון דער "פיו ריסוירטש" פירמע צייגט, אז זינט פרעזידענט טראמפ איז אריינגעקומען אין ווייסן הויז איז געפאלן דער בליק וואס בירגער אין אנדערע לענדער האבן אויף אמעריקע. די פירמע האט אויסגעפרעגט בירגער אין 37 לענדער און עס צייגט ווי בלויז 49 פראצענט מענטשן איבער דער וועלט האבן א פאזיטיוון בליק אויף אמעריקע, וואס איז א שטארקע רעדוקציע פון די 64 פראצענט וועלכע האבן געהאט א פאזיטיוון בליק אויף אמעריקע אין די לעצטע וואכן פון באראק אבאמא'ס קאדענץ. קוקנדיג ספעציפיש אויף די לענדער, זעט מען אז בירגער אין לענדער וועלכע זענען דאס מערסטע פריינטליך און אליאירט מיט אמעריקע, האבן נאך די שוואכסטע בליק אויפ'ן צושטאנד. בלויז 30 פראצענט מעקסיקאנער האבן א פאזיטיוון בליק אויף אמעריקע, אראפ פון 66 פראצענט אונטער אבאמא, און אין קאנאדע איז עס געפאלן צו בלויז 43 פראצענט, מיט 22 פונקטן ווייניגער ווי אונטער אבאמא. די איינציגסטע צוויי לענדער וואו אמעריקע איז יעצט מער באליבט ווי אונטער אבאמא, זענען רוסלאנד און מדינת ישראל.

שטודיע: טראמפ מאכט אמעריקע אומפאפולער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל