וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט נעכטן דערקלערט אז די פאראייניגטע שטאטן גייט אט ווערן א "נעט" עקספארטירער פון אויל, צוליב די פארמערטע פראדוקציע און עקספארטן פון אמעריקאנער אויל און גאזאלין. "נעט עקספארטירער" באדייט אז מען עקספארטירט קיין אויסלאנד גענוי וויפיל מען אימפארטירט פון אויסלאנד, צום ביישפיל אויב אנדערע לענדער קויפן פון אמעריקע יערליך אויל אין ווערד פון 200 ביליאן דאלער, און אמעריקע קויפט פון אנדערע לענדער יערליך אויל אין ווערד פון 200 ביליאן דאלער, באדייט עס אז מ'שטייט גלייך אויף גלייך, וואס באדייט "נעט עקספארטן". אויב אנדערע לענדער קויפן יערליך אויל פון אמעריקע אין ווערד פון 200 ביליאן, און אמעריקע קויפט פון אנדערע לענדער נאר אין ווערד פון 150 ביליאן, באדייט דאס נאך בעסערע נייעס פאר אמעריקע, ווייל דאס מיינט א "נעט עקספארט פאזיטיוו", א פאזיטיווע דיפערענץ פאר אמעריקע אין ווערד פון 50 ביליאן. ביז יעצט האט אמעריקע אימפארטירט מער אויל און גאזאלין ווי וויפיל זי האט עקספארטירט, אבער אלס רעזולטאט פון פארשטערקערטע אויל פראדוקציע, און א געזעץ וואס אבאמא האט אונטערגעשריבן אין דעצעמבער יאר 15' צו ערלויבן עקספארטירונגען פון קרוד אויל, האט דאס געברענגט אז מיליאנען פעסלעך אמעריקאנער אויל ווערן עקספארטירט מאנאטליך צו אנדערע לענדער.

בילד: אמעריקע ווערט אט "נעט" אויל עקספארטירער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל