קאליפארניע – סטעיט געזונטהייט באאמטע אין קאליפארניע האבן נעכטן גענומען א קריטישן שריט צו ווערן די סאמע ערשטע סטעיט וועלכע וועט פארלאנגען אז א פאפולערע "וויד קילער", א כעמיקאל וועלכע ווערט גענוצט אפצוטויטן שלעכטע גראזן, מוז ארויסשרייבן אויפ'ן לעיבל אז עס פארמאגט א באשטאנדטייל וועלכע קען ברענגען די ביטערע מחלה ל"ע. די רעדע איז פון די "וויד קילער" פון דער פירמע "ראונד-אפ", וועלכע פארמאגט אין זיך דעם כעמיקאל "גלייפאסעיט", וואס געזונטהייט עקספערטן ווארענען שוין לאנגע יארן אז דאס אריינאטעמען אדער אפילו טרעטן און זיך געפינען נעבן דעם כעמיקאל קען ברענגען די ביטערע מחלה אין די לונגען. דער קאליפארניער לאיער, מייקל בראון, רעפרעזענטירט 300 איינוואוינער אין א פארצויגענעם געריכטליכן קאמף, וואס די 300 טענה'ן אז זיי האבן פאמיליע מיטגלידער וועלכע זענען געווארן קראנק אדער אומגעקומען, נאכ'ן נוצן "ראונד-אפ". דער כעמיקאל "גלייפאסעיט" ווערט פראדוצירט דורך דער כעמישער פירמע מאנסענטא, וועלכע איז גאר מאכטפול איבער'ן לאנד, און אקטיוויסטן זאגן אז וועגן דעם האט מען נאכנישט אונטערגענומען קיין קאמף קעגן גלייפאסעיט אויפ'ן פעדעראלן שטאפל, ווייל מאנסענטא קויפט שטילערהייט אפ פאליטישאנס.

הוסף רשומת תגובה