נארט קעראליינע – א צוואנציג יעריגער פארשוין אין נארט קאראליינע איז פאראורטיילט געווארן צו לעבנסלענגליכע טורמע נאכ'ן געפונען ווערן שולדיג אויף הארבע טעראר קלאגעס, מיט פלענער דורכצופירן טעראר אטאקעס אין אמעריקע. דער יוגנטליכער דזשאסטין סאליווען האט אנגעהויבן לייענען און קוקן אייסיס פראפאגאנדע אויפ'ן אינטערנעט מיט עטליכע יאר צוריק און איז געווארן פארקויפט פאר אייסיס. ער האט אנגעהויבן פלאנירן א שיסעריי אטאקע, און האט איינגעקויפט א ספעציעלע "סיילענסער" צו מאכן זיין רעוואלווער שטיל, אז ער זאל קענען בעסער דורכפירן א שיסעריי. ווען זיינע עלטערן האבן אים געפרעגט וואס ער פלאנירט צו טאן מיטן רעוואלווער, האט ער זיי געסטראשעט אומצוברענגען. למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז די עף-בי-איי האט אים נאכגעפאלגט א לענגערע צייט און דער מענטש פון וועמען סאליווען האט געקויפט די סיילענסער איז געווען אן עף-בי איי-אגענט. סאליווען איז ארעסטירט געווארן אין זיינע עלטערנס היים אום זומער יאר 15', און נעכטן איז ער פאראורטיילט געווארן צו לעבנסלענגליכע טורמע.

בילד: דזשאסטין סאליווען

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל