הארלעם – און ווידעראמאל אן אינצידענט מיט א סאבוועי באן. א ניו יארק סיטי סאבוועי באן איז אראפגעפארן פון די שינעס אין מאנהעטן נעכטן אינדערפרי, ברענגענדיג אז 34 פאסאזשירן זאלן ליידן מינדערוויכטיגע וואונדן, און צווינגענדיג די אויטאריטעטן דורכצופירן אן עוואקואציע פון הונדערטער פאסאזשירן פונעם טונקעלן רויך-אנגעפילטן באן. אויטאריטעטן זאגן אז דער באן איז געפארן נעבן דער 125'סטער סטריט סטאנציע אין הארלעם, ווען דער באן האט זיך אנגעקלאפט אינעם וואנט פונעם סאבוועי טונעל, פון וואס עטליכע וואגאנען זענען אראפגעפארן פון די שינעס און באלד איז די עלעקטעריציטעט אינעם גאנצן באן געווארן אויסגעשאלטערט און די וואגאנען זענען צוביסלעך געווארן אנגעפילט מיט רויך, שאפנדיג אן ערנסטע שרעק, ווי עטליכע פאסאזשירן האבן שפעטער געשילדערט, אז זיי האבן נישט געוואוסט צי זיי גייען ארויסקומען לעבעדיג. דער אינצידענט האט געברענגט ערנסטע פארשפעטיגונגען אויף באן סקעדזשועלס אין מאנהעטן און טיילן ברוקלין, און אויך האט עס געברענגט שטארקע אויפברויז, וויבאלד מען האט ביז שפעט נאכמיטאג נישט געהערט קיין ווארט פון גאווערנאר קאומא.

בילד: פרישער אינצידענט מיט ניו יארק סאבוועי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל