ניו יארק – די ביזנעס וועלכע איז אונטער'ן אייגענטום פון די קינדער פון בערני מעידאף, דער ביליאנער וועלכער זיצט לעבנסלענגליכע טורמע פאר'ן אנפירן די סאמע גרעסטע פינאנציעלע "פאנזי" שווינדל אין היסטאריע, האט איבערגעגעבן פאר דער רעגירונג מער ווי 23 מיליאן דאלער, וואס זיי האבן באקומען פון די אומלעגאלע פארדינסטן וואס זייער פאטער האט פארדינט אין לויף פון די יארן וואס ער האט אנגעפירט מיט'ן פאנזי שווינדל. די געלטער זענען אהינגעגעבן געווארן צו שליכטן אן אנקלאגע וואס אירווין פיקארד האט אריינגעגעבן קעגן דער מעידאף פאמיליע. פיקארד איז דער טראסטי וועלכער פירט אן מיט דער אפעראציע צו פרובירן צוריקצוצאלן די ביליאנען דאלארן וואס בערני מעידאף האט ארויסגעשווינדלט פון זיינע קליענטן, און די 23 מיליאן דאלער וועט אריינגעשטעלט ווערן אינעם "מעידאף קרבנות פאנד" וועלכע ווערט אנגעפירט דורך דער פעדעראלער יוסטיץ דעפארטמענט און האט שוין באוויזן צוריקצוטיילן 9 ביליאן דאלער פאר מעידאף'ס קרבנות. די שליכטונג לאזט איבער די מעידאף קינדער מיט בלויז דריי מיליאן דאלער אין באנק.

בילד: בערני מעידאף

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל