פרעזידענט טראמפ האט געטראפן א פרישע וועג וויאזוי צו אראפרייסן דעם ׳וואשינגטאן פאוסט׳ נעמליך דורך איר אראפרייסן אלס א בלאט וועלכע דינט די פערזענליכע אינטערעסן פון איר פינאנציעלע אייגנטומער דזשעף בעזאָס. בעזאָס איז צווישן אנדערע דער אייגענטומער פון די אינטערנעט ריז ׳עמעזאן׳, און טראמפ האט אין א טוויט געשריבן ״עמעזאן-וואשינגטאן-פאוסט, אויך באקאנט אלס די באשיצער פון עמעזאן אז זי זאל נישט דארפן צאלן אינטערנעט שטייערן איז פאלשע נייעס״.

דאס ווייסע הויז האט זיך אנזאגט צו קאמענטירן איבער וועלכע שטייערן דער פרעזידעט רעדט, און עס בלייבט אומקלאר.

בילד: דאנעלד טראמפ מיט דשעף בעזאס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל