דאס ווייסע הויז האט געמאלדן אז פרעזידענט טראמפ האט אנגענומען אן איינלאדענונג פונעם פראנצויזישן פרעזידנענט עמאנועל מאקראן צו באזוכן אין פראנקרייך קומענדיגע יולי 14 ווען דאס לאנד פייערט א אפיציעלע חגא די ׳באסטיל טאג׳ א טאג וואס פייערט די פראנצויזישע רעוואלוציע און איר דעמאקראטיע, די פראנצויזישער פרעזידענט׳ס ביורא האט אויך געמאלדן איבער די באזוך און געזאגט אז די צוויי פירער וועלן אפצייכענען 100 יאר פון ווען אמעריקע האט אריינגעטרעטן אינעם ערשטן וועלט קריג און געראטעוועט פראנקרייך, און די באזוך וועט פון פריש אונטערשטרייכן די היסטארישע פריינטשאפט צווישן די צוויי לענדער. אין דעם טאג צייכנט אויך פראנקרייך אפ א יאר פון די שוידערליכע אטאקע אין ניס, דער פרעזידענט וועט מארשירן אין א טראדיציאנאלע באסטיל מארש אינאיינעם מיט׳ן פראנצויזישן פרעזידענט און די מאסן.

בילד: דאנעלד טראמפ מיט עממאנועל מאקראן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל