דער רעפובליקאנער פארזיצער פון די אויספארשונג קאמיטע אין סענאט, ריטשארד בור - וועלכער שטייט אין שפיץ פון די אויספארשונג ארום די רוסישע אינטערווענץ אין די וואלן און די מעגליכקייט אז עס איז געווען קאארדינירט מיט די טראמפ קאמפיין, האט געזאגט אז די ציהל פון די קאמיטע איז צו שליסן די אויספארשונג ביז דאס ענדע פון דעם קאלענדער יאר, און דעריבער איילן זיי זיך צו מיט די ארבייט און רופן אראפ מערערע עדות פאר פארהערן. אזויפיל ווי ארום 40 מענטשן וועלן אויפטרעטן פאר די קאמיטע אין די קומענדיגע וואכן, און זיי זוכן צו שליסן די אויספארשונג ביז ענדע יאר.


הוסף רשומת תגובה