דער רעפובליקאנער קאנדידאט פאר מעיאר פון ניו יארק סיטי פאול מעיסי זאגט אז ״עס איז נישט קיין סוד״ אז די סטאטיסיקס וועלכע צייגן נידריגע פארברעכן ראטעס אין ניו יארק ווערן געפעלשט, און צוגעלייגט אז פולע עקספערטן איבער פארברעכן זענען ביי די זעלבע מיינונג, צולייגנדיג אז די פאקט איז אז ניו יארקער שפירן זיך נישט זיכער. דאס קומט נאכדעם וואס דער מעיאר די-בלאזיא האט פארעפנטליכט די לעצטיגע סטאטיסטיק וועלכע צייגט אז פארברעכן אין אלגעמיין איז געפאלן מיט ארום 5.6% איבער די סיטי, און מיט איבער 2,226 אינצידענטן פון א יאר פריער, הויפטזעכליך ווען עס קומט צו מערדער איז היי יאר געבראכן געווארן א רעקארד ווען די צאל מארדן זענען אונטער 300 צום ערשטן מאל זינט מען האלט חשבון, ווען מעיסי איז געבעטן געווארן צו אויסקלארן זיינע קאמענטארן און אויב ער האלט אז די באאמטע זאגן ליגנט האט ער זיך ארויסגעדרייט און געזאגט אז דער דרוקט אויס די סענטימענטן פון די ׳מענטשן אין די גאס׳.

בילד: מעיאראלע קאנדידאט פאול מעיסי זאגט אז סיטי ״שפילט זיך מיט די סטאטיסטיקס״ איבער פארברעכן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל