עטליכע באאמטע אין די עם-טי-עי האבן פארלוירן זייערע פאזיציעס אין ליכט פון א עקסידענט וועלכע האט פאסירט נעכטן אין ניו יארק, אין וועלכע א באן איז אראפגעפארן פון די שינעס, איבערלאזנדיג ארום 40 פאראוואונדעטע און פאראורזאכט שווערע פארשפעטיגונגען און באן טרעפיק איבער די סיטי. דער ווארטזאגער פון די עם-טי-עי זאגט אז די צוויי זענען געווען פאראנטווארטליך פאר די רענאוואציע ארבייט וואס איז פארגעקומען אויף די שינעס, און עס איז געווען זייער ארבייט צו פארזיכערן אז אזא אינצידענט פאסירט נישט, דאס קומט נאכדעם וואס די ערשטע אויספאשונגען צייגן אז וואס האט פאראורזאכט די באן צו אראפפארן פון די שינעס איז געווען א שטיקל פון די רעלסן וועלכע איז נישט געווען ריכטיג אריינגעזעצט און איז געווארן איבערגעלאזט אינמיטן די ארבייט אין א שרעקליכע פאל פון פארנאכלעסיגקייט וואס קען דינען אלס ביישפיל צו די שלימזל׳דיגע וועג וויאזוי די עם-טי-עי אפערירט.

בילד: 2 עם-טי-עי באאמטע אפגעזאגט אין ליכט פון באן עקסידענט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל