בילד: וואן 57

מאנהעטן – עס ווערט באריכטעט אז ניו יארק סיטי וועט ווארשיינליך דורכגיין די סאמע טייערסטע פארקלאוזשער אויף א רעזידענשאל פראפערטי אין היסטאריע, ווען אן אפארטמענט אין די "וואן 57" געביידע אין מאנהעטן גייט ווערן פארקויפט אין א פארקלאוזשער ליציטאציע. "וואן 57" איז די געביידע אויפ'ן אדרעס פון 157 וועסט-57'סטע סטריט אין מאנהעטן, וועלכע איז באקאנט מיט אירע גאר רייכע טענענטס, פארמאגנדיג די איינציגסטע דירה אין די סיטי אין ווערד פון 100 מיליאן דאלער, און "וואן 57" איז אויך פאר א קורצע צייט געווען די סאמע העכסטע רעזידענשאל געביידע אין ניו יארק סיטי, ביז די דערנעבנדיגע 432 פארק עוועניו געביידע איז פארטיג געווארן. די פארקלאוזשער איז אויף אן אפארטמענט וועלכע נעמט אויף א גאנצע שטאק פון דער געביידע, וואס דער ניגעריער ביליאנער, קאולא אלוקא, האט אפגעקויפט אין יאר 14' פאר דער סומע פון 50.9 מיליאן דאלער. אלוקא האט ארויסגענומען א מארטגעדזש פון 35.3 מיליאן דאלער אויפ'ן אפארטמענט פון א באנק אין לוקסעמבורג, און ער האט קיינמאל נישט באצאלט דעם חוב, דעריבער צווינגט יעצט די באנק, אז זי וויל פארקויפן דעם אפארטמענט אויף פארקלאוזשער.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל