ניו יארק – א קווינסער איינוואוינער האט אריינגעגעבן אן אנקלאגע אין געריכט, זאגנדיג אז די לאיערס וואס ער האט באקומען צוגעשטעלט פון דער סיטי, נאכדעם וואס ער איז ארעסטירט געווארן, האבן אים געלאזט שמאכטן אין רייקערס איילענד טורמע פאר גאנצע זעקס מאנאטן, וויבאלד זיי האבן אים נישט אינפארמירט איבער זיין בעיל סיטואציע. איטיבדעלא סאלאם (Aitabdel Salem) איז ארעסטירט געווארן אין יאר 14' פאר'ן רויבן א ווינטער מאנטל פון א "זארא" געשעפט אין מאנהעטן, און נאכ'ן אנגעקלאגט ווערן, האט א ניו יארקער ריכטער אוועקגעשטעלט די סומע בעיל פון פופציג טויזנט דאלער באפרייאונג אויב סאלאם האט געוואלט פרייגיין ביז'ן פראצעס. נישט האבנדיג אזא גרויסע סומע געלט, איז סאלאם געבליבן זיצן אין טורמע, אבער למעשה האט א ריכטער עטליכע טעג שפעטער רעדוצירט די סומע בעיל צו בלויז איין דאלאר (יא, אן איינצלנעם דאלאר!), אבער קיינער איז אים נישט געקומען איינמעלדן איבער דעם, איז ער געבליבן זיצן, וויסנדיג אז ער קען סייווי נישט אויפקומען מיט פופציג טויזנט דאלער. סאלאם זיצט יעצט אין סטעיט טורמע נאכ'ן געפונען ווערן שולדיג אויף די גניבה קלאגעס, אבער ער וויל באקומען קאמפענסאציע פאר'ן זיצן אומזיסט. ער איז עווענטועל באפרייט געווארן בעפאר זיין פראצעס, נאכדעם וואס א טורמע טשאפלעין האט איבערגעקוקט זיין קעיס און געזען אז די בעיל פרייז איז בלויז 1 דאלער, און דער טשאפלעין האט עס אויסגעלייגט.

בילד: איטיבדעלא סאלאם

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל