"ווען דאס ביימעלע איז נאך יונג, בייגט זיך עס גרינגער"

אפילו ביי גאר יונגע קינדער קען מען שוין באמערקן פריע צייכענעס פון א מענטל-דיסארדער אנטוויקלונג, און עס איז דעריבער וויכטיג אז עלטערן/נאנטע זאלן האלטן א וואכזאם אויג אויף קינדער, כדי צו קענען צייטליך קער נעמען פון א פראבלעם. ווי פריער אלס בעסער!

די מענטל-העלט פראבלעמען ביי קינדער קען מען אפטמאל קליניש דיאגנאזירן, און קען קומען פון ביאלאגישע, פסיכלאגישע און סאציאלע פאקטארן.

האלב פון אלע מענטל-העלט-דיסארדערס צייגן די ערשטע סימנים נאך איידער דער מענטש ווערט 14 יאר אלט, און 75% פון דיסארדערס הייבן זיך אן בעפאר די 24.

א ווייטאגליכע שטודיע צייגט אז בלויז 20% קינדער און ערוואקסענע מיט מענטל-העלט פראבלעמען, באקומען די הילף וואס זיי דארפן. ווען מען באהאנדלט יונגערהייט די פראבלעמען, נאך איידער די ארגינעלע דיסארדערס ברענגען פרישע פראבלעמען און שוועריקייטן, איז עס א געוואלדיגע ישועה.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל