צום צווייטן מאל האט די טערקישע מיליטער געעפנט א דירעקט פראנט קעגן א גרופע פון קורדישע רעבעלן, די וויי-פי-זשי וועלכע ווערן געשטיצט און באוואפנט דורך אמעריקע און ווערן געזען ווי די מערסט עפעקטיווע קעמפער קעגן אייסיס, די טערקישע פייער האט פארניכטעט געווער און ארטילעריע פון די קורדן. די טערקישע פארטיידיגונגס מיניסטעריום האט געזאגט אז די אטאקע איז געקומען נאכדעם וואס די קורדן האבן געעפנט פייער קעגן א אנדערע רעבעלן גרופע, די ׳פרייע סיריער ארמיי׳ וועלכע ווערט געשטיצט דורך טערקיי. די טערקישע רעגירונג זוכט וויפיל מעגליך צו אפשוואכן די קורדישע מיליציעס און זי באטראכט זיי אלס טעראר גרופעס, און איז אויך באזארגט אז אויב עס געלונגט זיי צו אייננעמען טערארטאריע אין סיריע וועט דאס מוטיגן די טערקישע קורדן צו באנייען זייער קאמפ פאר זעלבסשטענדיגקייט און עווענטועל פירן צו די גרינדונג פון א זעלבסשטענדיגע קורדיסטאן, דעריבער איז טערקיי אויך שטארק אויפגעברויזט אויף די באשלוס פון וואשינגטאן צו באוואפענען די קורדן.

בילד: טערקיי שיסט טויטליכע פייער אויף אמעריקאנער-געשטיצטע קורדישע רעבעלן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל