שוין לאנגע יארן וואס די מילטערישע וועלט ׳פאנטאזירט׳ איבער די טאג וואס לעיזער וועט קענען גענוצט ווערן ווי א וואפן, וואס באדייט אז אנשטאט שיקן קאסטבארע מיסילס זאל די מליטער קענען פארברענען און פארניכטן פיינטליכע צילן מיט לעיזער שטראלן, די מיליטער האט געמאלדן אז זיי האבן באוויזן צו אנטוויקלן א אפאראט וועלכע קען שיסן לעיזער שטראלן פון א פליענדן פליגער, א גאר שווערע מיסיע וויבאלד די לעיזער שטראלן פארלאנגט סטאביליטעט, און דורכאויס א מאסיווע פראבע אין די מדבר פון ניו מעקסיקא איז געלונגען פאר די לעיזער צו טרעפן אין ציהל, די מיליטער האט נישט פונקטליך אנגעגעבן וואס די ציהל איז און וואס די לעיזער האט געמאכט. דאס איז די לעצטע אין א סעריע פון אזעלכע פראבעס, מיליטערישע קוועלער געבן אן אז עס הערשט א שטארקע האפענונג אין די מיליטער און מען לייגט גרויסע ערווארטונגען אויף די סארט וואפן וועלכע זענען פול פונטליכער און טויטליכער ווי געווענליכע וואפן, און טוט בעסער טרעפן אין ציהל אבער אין די זעלבע צייט טוט עס אויך פארמיידן ציווילע פאטאליטעטן.

בילד: אמעריקאנער מיליטער מעלדט איבער דורכברוך אין ׳לעיזער וואפן׳

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל