די ספאנישע אויטאריטעטן האבן היינט געמאלדן אז זיי האבן באוויזן צו אויפברעכן א טעראר נעץ וואס איז געווען אקטיוו אין איר לאנד, און האט פלאנירט טעראר אטאקעס איבער אייראפע, די צעל איז געווען פלאצירט אין שפאניע אבער האבן געהאט מיטגלידער אין ענגלאנד און דייטשלאנד, אינאיינעם האבן די אויטאריטעטן ארעסטירט 6 טעראריסטן, 4 פון זיי אין שפאניע, און נאך איין מוסלעמנער אימאם אין ענגלאנד, און נאך א מיטגליד אין דיישטלאנד וועלכער איז לויט די ספאנישער אויטאריטעטן געווען פארמישט אין פראדוצירן אייסיס פראפאגאנדע מאטריאל. די אויספארשונג ארום די צעל האט שוין אנגעהויבן אין 2015, די אויטאריטעטן זאגן אז דער 44 יערגיער אימאם וועלכער איז ארעסטירט געווארן אין ענגלאנד איז געווען דער גייסטישער פירער פון די צעל וואס האט זיך אפגעגעבן מיט רעקרוטירן יוגנטליכע אין די טעראר גרופע און פלאנירן אטאקעס. די ספאנישע פאליציי האט שוין אין די לעצטע צוויי יאר ארעסטירט 178 פארשוינען אויף טעראר קלאגעס.

בילד: אייסיס צעל געכאפט און ארעסטירט אין שפאניע



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל